דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ טאיעפ ערדאוואן האט שוין עטליכע מאל אויסגעדריקט זיין שטיצע פאר קאטאר אין די לעצטע דיפלאמאטישע געפעכט מיט די אנדערע אראבישע לענדער, זייענדיגע איינע פון די איינציגע לענדער אין די וועלט וועלכע האבן זיך געשטעלט פעסט אויף די זייט פון קאטאר, סיי מיט דיפלאמאטישע שטיצע און סיי מיט עקאנאמישע שטיצע דורך ליפערן אהין וויכטיגע פראדוקטן וועלכע מאנגלן אין ליכט פון די קריזיס און די פארשפארטע גרעניצן. דער טערקישער פרעזידענט האט נעכטן צום ערשטן מאל געלאזט הערן שארפע קריטיק אויף די אראבישע לענדער אין שפיץ פון סאודי אראביע, זאגנדיג אז די סאנקציעס אויף קאטאר זענען ״אוממענטשליך״, און זענען אזוי ווי א טויט שטראף פאר דאס לאנד.

ביז די קריזיס האט אויסגעבראכן, האט קאטאר אימפארטירט 80% פון אירע לעבנסמיטל און שפייז פון סאודי אראביע און באכריין, אצינד ווען די גרעניצן זענען פלוצלינג געווארן אפגעשפארט איז אנטשאנען א קריזיס אין קאטאר, און די קרעמער זענען געווארן אויסגעליידיגט פון פראדוקטן. דערווייל האבן איראן און טערקיי זיך אנגעשלאסן צו העלפן. 5 פליגער מיט 90 טאן פון עסנווארג אויף איטליכע איז ארויסגעפלויגן פון איראן קיין קאטאר, און א שיף מיט נאך 350 טאן עסנווארג איז אויפ׳ן וועג. אין די זעלבע צייט וואס טערקיי האט אפגעשיקט הונדערטער טאן פון מילכיגע פראדוקטן.

אין די זעלבע צייט קומען פאר אינטענסיווע פארהאנדלונגען צווישן קאטאר און קאוועיט וועלכע פרובירט צו שליכטן דעם געפעכט. קאטאר האט אין די לעצטע טעג געצייגט גרייטקייט צו ענדיגן דעם קריזיס, און זיך צושטעלן צו די פארלאנגען פון די גאלף לענדער. אזוי אויך ווערט באריכטעט אז אין ליכט פון די געמישטע סיגנאלן פון אמעריקע, ווען פון איין זייט דרוקט די סטעיט דעפארטעמנט אויס שטיצע פאר קאטאר, און דער פרעזידענט רייסט זיי אראפ, האט דער אמעריקאנער אמבאסאדער קיין קאטאר רעזיגנירט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל