די ״ניו יארק טיימס״ האט אויפגעדעקט, אז די שטורעם ארום די אויפדעקונג וואס טראמפ האט געמאכט פאר די רוסן איבער קלאסיפיצירטע שפיאנאזש מיטלען איז געווען איבער די פאקט אז עס איז געלונגען פאר די מדינת ישראל סייבער שפיאנאזש אגענטור צו אריינדרינגען אין די באמבע פאבריק סיסטעמען פון אייסיס, און אזוי ארום צו צושטערן פלענער פון די טעראר ארגאניזאציע צו פראדוצירן שעדליכע באמבעס וועלכע קענען ווערן איינגעפלאנצט אין לעפטאפ קאמפיוטערס און ווערן ארויפגעשמוגלט אויף פליגערס.
די צייטונג ווייסט צו זאגן אז אינערהאלב די שפיאנאזש קארידארן אין אמעריקע הערשט א שטארקע אנטוישונג אז זיי האבן נאך נישט באוויזן צו באקומען א פוס אריין אין די טעראר ארגאניזציע. און פולע סייבער פרואוון צו אינפילטרירן די ארגאניזאציע זענען דורכגעפאלן, און רוב שפיאנאזש וואס אמעריקע האט איבער אייסיס קומט פון מדינת ישראל און אנדערע פריינטליכע לענדער אין מיטל מזרח. אמעריקע לייגט אריין גרויסע כוחות צו שפיאנירן אויף אייסיס אקטיוויטעטן אויף די אינטערנעט, אבער צוליב די אומארגאניזירטע סטרוקטור פון די ארגאניזאציע, זענען רוב פון די פרואוון דורכגעפאלן.

הוסף רשומת תגובה