עס איז נישט קלאר אויב עס איז א פרואוו צו טרייבן שפאס פונעם פרעזידענט אדער א ערנסטע געזעץ פארשלאג,.דער דעמאקראטישער פארשטייער פון אילינאי מייק קעוויגלי האט ארויפגעברענגט א געזעץ וועלכע פארלאנגט אז דעם פרעזידענט׳ס טוויטס זאל באקומען א לעגאלע סטאטוס אזוי ווי אפיציעלע פרעזידענטליכע דאקומענטן און דער פרעזידענט זאל נישט זיין ערלויבט צו פארמעקן זיינע טוויטס, נאר עס דארפן געבן פאר די אפיציעלע ארכיוון.

די געזעץ רופט זיך Communications Over Various Feeds Electronically For Engagement, וואס די ראשי תיבות דערפון ליינט זיך "covfefe". דערמיט טוט דאס אנדייטן אויף א טוויט וועלכע דער פרעזידעט האט ארויסגעשיקט פאריגע וואך, אין וועלכע ער האט געשריבן דעם ווארט וועלכע האט נישט קיין שום באדייט אין די ענגלישע שפראך. די טוויט איז פארמעקט געווארן עטליכע שטונדן שפעטער, און דער פרעזידענט איז ווארשיינליך געווען שלעפעריג אינמיטן די נאכט ווען ער האט געשריבן דעם מאדנעם טוויט. דער קאנגרעסמאן זאגט אז דורך דעם געזעץ וויל ער ברענגען דערצו, אז דער פרעזידענט זאל דארפן טראכטן מער פאר ער לאזט זיינע פינגער לויפן און שרייבן טוויטס.

דער ווארטזאגער פונעם ווייסן הויז שאן ספייסער האט געזאגט מיט עטליכע טעג צוריק, אז טוויטס וועלכע דער פרעזידענט שרייבט זענען אפיציעלע פרעזידעטליכע סטעיטמענטס, א באמערקונג וועלכע גיבט א לעגאלע באזיס פאר׳ן געזעץ. דער פרעזידענט האט ארום 23 מיליאן נאכפאלגער אויף טוויטער, און ער באצייכנט עס גאר אפט אלס זיין דירעקטע קאמיוניקאציע מיטל צום פאלק, אן דארפן צוקומען צו די מידיא.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל