די טעלעפאן און אינטערנעט פירמע ׳ווערייזען׳ זוכט צו אריינגיין שטערקער אין די פעלד פון אנליין עדווערטייזמענט און ׳קאנטענט׳, וואס באדייט אז זי זוכט צו זיין נישט בלויז א פירמע וואס שטעלט צו די אינטערנעט קאמיוניקאציע, נאר אויך צו זיין א פירמע וואס שטעלט צו נייעס, אימעיל אדרעסן, און סאציאלע מידיע, וואס איז א ריזיגע קוואל פון געלט צוליב די אנליין אדווערטייזמענט. ווערייזאן האט שוין אפגעקויפט עטליכע קלענער פירמעס צו דערגרייכן דעם ציהל, אבער אצינד האט זי געשלאסן איינע פון די גרעסטע דיעלס אין די אינטערנעט היסטאריע, מיט׳ן אפקויפן די ריזיגע פירמע ׳יאהו׳.

אין די פריערדיגע טעג פון די אינטערנעט, פאר אזעלכע ריזן ווי גוגל און פעיסבוק זענען אפירגעקומען, איז ׳יהאו׳ געווען דער גרעסטער - און אויסשליסליכער - אינטערנעט פירמע. זי האט צוגעשטעלט א באקוועמע וועג צו טרעפן זאכן אויף די אינטערנעט, און האט געהאט ביליאנען אימעיל קאנטעס און באנוצער. אבער מיט די צייט, איז די פירמע איינגעשרינקען און פארלוירן איר גלאנץ. אין די לעצטע צוויי יאר האט זי אביסל אויפגעלעבט, נאכדעם וואס זי האט אפגעקויפט עטליכע קלענער פירמעס.

די פירמע איז געווען ווערט אין די 90'ער יארן, א געשאצטע 100 ביליאן דאלער. אבער זי האט כמעט גענצליך פארלוירן איר ווערט. אין די לעצטע יאר, האט ווערייזן אנגעהויבן פארהאנדלונגען צו אויפקויפן יאהו. די ארגינעלע סומע איז געשטאנען ביי ארום 5 ביליאן דאלער, אבער אין ליכט פון עטליכע אויפדעקונגען איבער ערנסטע זיכערהייטס דורכפאלן אין די פירמע, וועלכע האט ערלויבט העקערס צו באקומען פריוואטע אינפארמאציע פון באנוצער, איז די סומע געפאלן מיט ארום 350 מיליאן. ווערייזן האט היינט פארענדיגט דעם אפמאך, און האט ענדגילטיג פארמאכט די פירמע און איר ערזעצט מיט א נייע פירמע וועלכע רופט זיך ׳אוט׳ (Oath). זי האט אויך אפגעזאגט ארום 2000 ארבייטער, אריינגערעכנט די ביז יעצטיגע פארזיצערין פון די פירמע מאריסע מייערס, וועלכע האט זיך געמוזט באגענוגן מיט א 23 מיליאן דאלערדיגע געזעגענונגס פעקל.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל