׳אובער׳ איז א פירמע וועלכע טוט צוזאמענשטעלן רייזנדע מיט דרייווערס דורך איר אפליקאציע, און טוט אויך צוזאמענשטעלן עטליכע רייזנדע צו פארן אינאיינעם דורך ״קאר-פאָלינג״. די פרייזן פאר די רייזעס זענען אלעמאל אנדערש. מען האט געוויסט ביז יעצט אז עס ווענדט זיך אין ״סופליי ענד דימענד״, דאס הייסט אז אין צייטן ווען עס איז דא א איבערפלוס פון רייזנדע און ווייניג דרייווערס, גייט די פרייז אויטאמאטיש ארויף, ווייל מענטשן זענען גרייט צו צאלן מער. אבער א פרישע שטודיע צייגט אז די פירמע איז געגאנגען א שריט ווייטער, און דורך א סאפיסטיקירטע אלגוריטם אויסגערעכנט דעם אינדיווידועלער באנוצער וועלכער איז מער אומשטאנד צו צאלן העכערע פרייזן, און ארויפגעריקט די פרייזן פאר אים.

די פירמע האט זיך באנוצט מיט פארשידענע סימנים צו דערשמעקט רייכערע באנוצער, למשל דורך וועלכע געגענט ער וואוינט, אין וועלכע געשעפטן ער קויפט איין, און דורך דעם עוועקגעשטעלט א דאטאבעיס פון ״מענשטן וואס מען קען רייטן אויף זיי״, און זיי גערעכנט העכערע פרייזן. די אויפדעקונג קומט אין די זעלבע צייט וואס דער פריערדיגע פארזיצער פון די פירמע האט זיך אפגעזאגט, און די פירמע גייט אריבער א מאסיווע אויפשאקלונג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל