אוקריינע צייגט מיליטערישע מאכט צו אפשרעקן רוסלאנד

אין א קאנטער-פראפעגאנדע אקט, האט די אוקריינע רעגירונג ארויסגעלייגט רעקארדירונגען, וויאזוי זייערע מיליטערישע כוחות פירן דורך סטראטעגישע מושטירונגען, נישט ווייט פון די מזרח-גרעניץ מיט רוסלאנד.

ווי אונז האבן שוין באריכטעט דא אויף "אידישע נייעס" איז דער מצב שטארק אנגעצויגן ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד און אוקריינע, דערנאך וואס רוסלאנד האט אין די לעצטע עטליכע חדשים אהינגעברענגט טויזנטער זעלנער, און שווערע מיליטערישע געצייג.

די ווידיאו'ס צייגן, וויאזוי אוקריינע מיליטערישע איינהייטן מושטירן זיך וויאזוי צו רעאגירן צו פיינטליכע אטאקעס, מיט טאנקען און אנדערע מיליטערישע געצייג. דאס קומט א טאג דערנאך וואס פרעזידענט ביידען האט געווארנט רוסלאנד, אז זיי זאלן נישט פארלעצן די אוקריינע טעריטאריע רעכט, און פירן צו מער אנגעצויגנקייט אין יענעם ראיאן.

דאס קומט אויך א טאג דערנאך וואס דער אמעריקאנער אויסערן-מיניסטער, 'ענטעני בלינקין', און אמעריקאנער קריג'ס מיניסטער, 'לויד אוסטין', האבן זיך געטראפן מיט די נאטא לענדער, צו דורכשמועסן די רוסישע געפאר, און ארויסווייזן שטיצע פאר די אוקריינע רעגירונג.

דער אוקריינער אמבאסאדאר צו ענגלאנד זאגט, אז ס'איז מעגליך אז א ברייטערע קאנפליקט איז אומפארמיידבאר. ווי אויך זענען צוויי אמעריקאנער מאכטפולע קריג'ס שיפן אויפן וועג אריינצושווימען אין די שווארצע ים, און רוסלאנד האט טאקע אויסגעדרוקט אנטריסונג איבער די אנקומענדע אמעריקאנער קריג שיפן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל