אמעריקע ערווארטעט ארויפצושטעלן סאנקציעס אויף רוסלאנד

די פאראייניגטע שטאטן איז ערווארטעט צו מעלדן פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד אין די קומענדיגע טעג.

די סאנקציעס גייען זיין אין רעאקציע צו די גרויסע העקעריי וואס רוסלאנד האט דורכגעפירט אין די פירמע 'סאולער ווינד', וואו זיי האבן אנגעמאכט פראבלעמען פאר גרויסע ביזנעסער און אמעריקאנער אגענטורן. ווי אויך א רעאקציע צו די רוסישע פראפעגאנדע אינטערווענס אין די פארלאפענע אמעריקאנער וואלן.

די סאנקציעס גייען זיין געצילט אויף געוויסע אגענטורן און פירמעס אין רוסלאנד, ווי אויך אויף אינדיווידואלן אין די רוסישע רעגירונג און ביזנעס.

פרעזידענט ביידען האט שוין געזאגט עטליכע מאל, אז רוסלאנד גייט צאלן זייער פרייז פארן אינטערווענירן אין די אמעריקאנער וואלן, און פאר זייער אגרעסיווע סייבער-אטאקעס אויף אמעריקאנער אינסטיטוציעס.

די רוסישע עקאנאמיע איז שוין אזוי אויך אין היבש א שווערע צושטאנד. דאס לעבן פון א געווענליכער רוס איז קיינמאל נישט געווען עפעס א גן עדן, אבער איז אין די לעצטערע יארן פילפאכיג פארשווערט געווארן. ס'איז ערווארטעט אז נאכן באקומען נאך א פארציע פון סאנקציעס, וועט די ארטיגע עקאנאמיע נאכמער אונטערהינקען, און ס'וועט זיך שפירן אין די רוסישע גאסן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל