אמעריקאנער אויסערן-מיניסטער אפגעפלויגן קיין בריסל צו בארואיגן ארטיגע לענדער

דער אמעריקאנער אויסערן-מיניסטער, 'ענטעני בלינקין', האט זיך ארויסגעלאזט קיין בריסל-בעלגיע, וואו ער טרעפט זיך מיט ארטיגע נאטא-לענדער, צו דורכשמועסן מיט זיי די אנגעצויגענע סיטואציע ביים גרעניץ צווישן אוקריינע און רוסלאנד.

בלינקין איז אהינגעקומען צו אויסדרוקן זיין שטארקע שטיצע פאר די אמעריקאנער אליאירטע, און אז אמעריקע וועט שטיין פעסט צו פארטיידיגן אירע נאנטע אין יענעם ראיאן.

מיט אים איז מיטגעקומען דער אמעריקאנער קריג'ס-מיניסטער, 'לויד אוסטין', וואס איז אויך געקומען אהין, צו צייגן אז דאס אמעריקאנער מיליטער איז גרייט זיך צו פארמעסטן מיט יעדע געפאר וואס שטייט נאר פאָר פאַר אמעריקע אין אירע פריינד.

ביי א זיצונג מיט דער אוקריינער אויסערן-מיניסטער זאגט בלינקין: "די פאראייניגטע שטאטן שטייט אינגאנצן אויף די זייט פון די אוקריינע עקזיסטענץ, איך בין דא עס צו פארזיכערן פאר דער אויסערן-מיניסטער (פון אוקריינע), און איז ספעציעל וויכטיג ווען מיר זענען אין א צייט וואס רוסלאנד פראוואקירט קעגן אוקריינע. ס'איז יעצט דא די גרעסטע אנוועזנהייט פון רוסישע מיליטער ביי די גרעניצן פון אוקריינע זינט יאר 2014".


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל