סיטוציע אין אינדיע פארערגערט זיך

די סיטואציע אין אינדיע דערקייקלט זיך אלס מער, און שווערע טויזנטער מענטשן ווערן אנגעשטעקט מיט יעדע פארבייגייענדע טאג.

עדות אין אינדיע דערציילן וויאזוי הויפענעס פון טויטע קערפער ליגן אינדרויסן פון גרויסע שפיטעלער, צוליב די שנעלקייט מיט וואס זי פארמערט זיך. אפילו גרויסע פארגעשריטענע שפיטעלער האבן נישט די מעגליכקייט צו פלאצירן אזויפיל טויטע קערפערס.

די פארלאנג פאר לעבנ'ס וויכטיגע מאשינען איז מער פון וויפיל ס'איז דא, און מענטשן זיצן אויף דער ערד און ווארטן פאר זייער רייע צו באקומען א רעספערעיטער מאשין, אדער אז מ'זאל זיך אויף זיי בכלל אומקוקן. אנדערע קומען ליידער נישט אן אפילו צו באקומען די ריכטיגע באהאנדלונג, דערנאך וואס די שפיטאל איז געווען אזוי איבערגעשטרענגט און אזוי איבערגעפילט אז ס'איז נישט געווען קיינער וואס זאל זיך מיט זיי אפגעבן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל