אומקלארע באריכטן ווייסן צו דערציילן, אז א מדינת ישראל שיף איז באטראפן געווארן פון אן איראנער מיסל, און איז עטוואס געשדיגט געווארן.
לויט די באריכט איז די שיף געשווימען אין די וואסערן נעבן די אראבישע עמיראטן, בעסער באקאנט אלס די UAE, ווען זי איז באטראפן געווארן פון איראנער געווער.
דאס קומט א טאג נאך וואס איראן האט געסטראשעט מיט נקמה, דערנאך וואס אלע סימנים דירעקטן די אטאקע שולדיגע קיין מדינת ישראל, און איר מיליטערישע און שפיאנאזש אגענטורן.
ווי "אידישע נייעס" האט שוין באריכטעט, האט אן אויפרייס אפגעהאקט די עלעקטעריק פון די נאטהאז נוקלעארע רעאקטער, און געברענגט צו א גענצליכער אפשטעל די ארטיגע מאשינען וואס בארייכערן די שעדליכע מאטריאל.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה