סאבאטאזש אין איראנער נוקלעארע צענטער

היינט איז די גרויסע נוקלעארע נאטהאז צענטער אין איראן, געקומען אונטער א סאבאטאזש אטאקע פון אן אומבאקאנטע לאנד.

די גרויסע סענטער איז א וויכטיגער טייל פון די איראנער נוקלעארע פראגראמען, דארט געפונען זיך די גרויסע און סאפיסטיקירטע סענטערפיוזשעס, וואס זענען פון די הויפט חלקים ווען ס'קומט צו די נוקלעארע פראגראם, צו זאל עס זיין עלעקטעריק אדער אטאמישע געווער.

די אויפרייס האט אפגעהאקט די עלעקטעריק פון די איינריכטונג, און האט אפגעטון היבשע שאדנס פאר די פארשריט פון יענעם רעאקטער.

די 'ניו-יארק טיימס' האט זונטאג שפעט אויפדערנאכט געמאלדן, אז די מדינת ישראל רעגירונג איז געשטאנען א גרויס טייל אונטער די אטאקעס.

איראן האט מיט בלויז עטליכע טעג צוריק ארויפגעשרויפט די פראדוקציע אין יענע געביידע, אבער איז היינט געקומען צו א האסטיגע אפשטעל זינט די אינצידענט.

די באריכטן ארויס פון איראן זענען זייער אומקלאר. געוויסע ווייסן צו זאגן אז ס'זענען געווען צוויי אויפרייסן, אבער קיינע קראנטע קוועלער זענען נאכנישט דא דאס צו באשטעטיגן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל