אמעריקאנער פארטיידיגונגס-מיניסטער אנגעקומען אין מדינת ישראל

דער אמעריקאנער פארטיידיגונגס-מיניסטער, 'לויד אסטין', איז נעכטן זונטאג אנגעקומען אין מדינת ישראל אויף א באזוך פון דריי טאג. אוסטין איז אהין אנגעקומען זיך צו טרעפן מיט ארטיגע פאליטיקאנטן, אריינגערעכנט פרעמיער מיניסטער נתניהו.

נעכטן נאכמיטאג האט ער זיך געטראפן פאר א זיצונג מיט דער ארטיגער פארטיידיגונגס-מיניסטער, 'בני גנץ', און מיט אים דורכגעשמועסט וויכטיגע טעמעס וואס זענען אין די אינטערעסן פון די צוויי לענדער.

אין א געמיינזאמע אויפטריט פאר די פרעסע, האט אוסטין ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון גאר נאנטע צוזאמארבעט צווישן די צוויי לענדער. אוסטין האט ווארעם גערעדט פון די באציאונגען צווישן מדינת ישראל און אמעריקע, וואו ער האט פארזיכערט אז די אליאנץ צווישן די צוויי איז גאר שטארק.

בני גנץ האט אויך שטארק ארויסגעהויבן די פריינדשאפט פון די צוויי לענדער, און ווי וויכטיג ס'איז פאר די גאנצע מיטל-מזרח אא"וו. גנץ האט אויך זייער שטארק ארומגערעדט פון די שלום-אפמאך וואס אמעריקע האלט ביים דורכפירן מיט די איראנער רעזשים, און אז מדינת ישראל דארף ארבעטן אינאיינעם מיט אמעריקע צו פארזיכערן אז די איראנער דיעל וועט נישט שטעלן אין קיין סכנה די זיכערהייט פון די איזראעלי בירגער.

אוסטין גייט זיך טרעפן פאר א זיצונג מיט נתניהו, וואו די צוויי גייען אויסשמועסן גרויסע וואפן-אפמאכן וואס אמעריקע גייט שיקן קיין מדינת ישראל. אבער די הויפט טעמע גייט ווי פארשטענדליך זיין די איראנער געפאר פאר די וועלט, און ספעציעל פאר מדינת ישראל.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל