צוואנציג פראצענט פון די אמעריקאנער באפעלקערונג האבן שוין באקומען ביידע דאזעס פון די קאראנע ווירוס וואקסין.
אזויפיל ווי 68 מיליאן אמעריקאנער זענען שוין וואקסינירט מיט ביידע דאזעס, און זענען מער ווייניגער אימיוניזירט צו די שרעקליכע ווירוס. אויך זענען אזויפיל ווי 114 מיליאן אמעריקאנער שוין וואקסינירט מיט כאטש איין דאזע.
די ביידען אדמיניסטראציע האט זיך אליין נישט געגלייבט אויף אזא סוקסעס. ווי שוין דערמאנט האט פרעזידענט ביידען ארויפגעצויגן די נומער פון וואקסינירטע אין די ערשטע הונדערט טעג פון זיין פרעזידענטשאפט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה