מאנגל אין וואקסין ערווארטעט אין די קומענדיגע טעג

די גרויסע וואקסין צענטערן און די גאווערנערס פון באטראפענע שטאטן, זענען שטארק באזארגט איבער דעם וואס דזשעי ענד דזשעי גייט נידערן איר וואקסין פראדוקציע מיט 80 פראצענט.

די רעדוקציע אין וואקסינס קומט דערנאך וואס די פירמע האט זיך אנגעשטויסן אין פראבלעמען מיט זייער פראדוקציע מעגליכקייטן.

אין אנדערע נייעס פון די דזשעי ענד דזשעי וואקסין, האבן געוויסע וואקסין צענטערן דאס אויפגעהערט צו געבן פאר מענטשן, נאך וואס געציילטע האבן איינגעמאלדן איבער זייטיגע אפעקטן וואס זיי האבן געשפירט נאכן אייננעמען די וואקסין פון דזשעי ענד דזשעי. די באאמטע זאגן אז ס'איז פארזיכערט צו נעמען די דאזיגע וואקסין, און די זייטיגע אפעקטן מאכט זיך זייער זעלטן. נאך וואס די סי.די.סי. האט געמאלדן אז די דזשעי ענד דזשעי וואקסין איז נישט קיין פראבלעם, האבן די צענטערן צוריק אנגעהויבן ארויסגעבן די דזשעי ענד דזשעי וואקסינס.

די ערווארטנדע מאנגל אין וואקסינס לייגט גרויס דרוק אויף די ביידען אדמיניסטראציע, דערנאך וואס זייער סוקסעס ראטע ביז אהער קען אפגעווישט ווערן מיט די אנקומענדע מאנגל.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל