קאראנע אנגעשטעקטע נומערן שטייגן דראסטיש

די נומער פון קאראנע ווירוס אנגעשטעקטע שטייגט ווידער אין די פאראייניגטע שטאטן, און געזונטהייט באאמטע האבן מורא אז ס'קומט א פערטע כוואליע אין לאנד, ח”ו.

די מערסט-אגעשטעקטע שטאט אין אמעריקע איז מישיגען, וואו דער ארטיגער גאווערנער בעט זיך ביי אירע לאנדסלייט צו אנהאלטן די קאראנע זיכערהייט מאסנאמען, אבער זאגט זיך אפ פון ארויפלייגן פרישע באגרעניצונגען. די נומערן פון אנגעשטעקטע איז ארויף צו מער פון זיבעציג פראצענט אין מישיגען, און דער ארטיגער גאווערנער האט ווידעראמאל געבעטן די ביידען אדמיניסטראציע אהינצושיקן מער וואקסינען צוליב די שווערע אויסברוך דארט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל