געוועזענער פרעזידענט ברויזט אין מאר א לאגא

דער געוועזענער פרעזידענט האט שבת אפגעהאלטן א פאנדרעיזינג פארטי אין זיין 'מאר א לאגא' היים אין פלארידע.

באטייליגטע ביי די פארטי געבן איבער פאר די 'ניו-יארק טיימס', אז טראמפ האט דארט גערעדט זייער געמיין און פרעך, קעגן געוויסע פאליטיקאנטן פון די רעפאבליקאנער פארטיי, אריינגערעכנט זיין וויצע-פרעזידענט 'מייק פענס', און דער סענאט מינאריטי פירער 'מיטש מעקאנעל'.

טראמפ האט זיי אראפגעריסן פארן נישט טון מער אים צו געבן א געווינס אין די פרעזידענטליכע וואלן, און האט געשימפט קעגן זיי, אז זיי האבן פארפאסט אים צו געבן די זיג, וואס לויט טראמפ קומט זיך עס פאר אים.

אינערליכע קוועלער אין די רעפאבליקאנער פארטיי ווייסן צו זאגן אז די פירערשאפט איז שטארק באזארגט איבער טראמפ'ס אגרעסיווע רעטאריק, און זיי האבן מורא אז דאס גייט זיי נאר שאדן מאכן צוריקצוכאפן די קאנגרעס און סענאט אין די קומענדיגע וואלן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל