דער געוועזענער אויסערן-מיניסטער פון די פאראייניגטע שטאטן, 'מייק פאמפעאו', איז אויפגענומען געווארן דורך די גרויסע 'פאקס נייעס-אגענטור', צו דינען אלס א קאמאנטירער אויף זייער טעלעוויזיע סטאנציע.
מייק פאמפעאו איז גאנץ א רעטארישע כאריזמאטישער רעדנער, און ער קען גוט ארויסברענגען זיינע פאליטישע אנשויאונגען, אז די צוהערער זאלן עס פארשטיין. אזויווי פילע פאליטיקאנטן וואס גייען אריין ארבעטן אין די גרויסע מידיע סטאנציעס, דערנאך וואס זיי גייען ארויס פון אפיס. די זעלבע איז יעצט מיט די טראמפ איינגעשטעלטע, וואס איינער נאכן צווייטן ווערן זיי אויפגענומען, מערסטנסטייל דורך 'פאקס', צו זיין אנאליזירער און שפעקאלירער. 'שאן ספייסער' איז אפילו אויפגענומען געווארן דורך די קליינע קאנסערוואטיווע נייעס סטאנציע 'ניוזמעקס', וואו ער איז נישט בלויז א קאמאנטירער, נאר ער פירט דארט אן מיט זיין אייגענע פראגראם.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה