מיט גרויס פרייד האבן מענטשן היינט ביים כותל מיטגעהאלטן וויאזוי די ארטיגע אינסטאנצן נעמען אוועק די ווענטלעך וואס זענען געווארן אויסגעלייגט איבערן גאנצן שטח, דערנאך וואס די קאראנע ווירוס האט זיך אנגערוקט אין לאנד.
די באאמטע האבן אויסגעלייגט אזעלכע פראוויזארישע שטיבלעך, אז מענטשן זאלן זיך נישט פארזאמלען אין קיין גרויסע גרופעס. ב”ה אז די נומערן אין מדינת ישראל פאלן דראסטיש, און די געזונטהייט אגענטור האט באשלאסן אז מ'קען שוין אוועקנעמען די זיכערהייט ווענטלעך פון די כותל.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה