היימישע גט-פראטעסט אין מאנסי

היינט זענען פארשפרייט געווארן בילדער וויאזוי צענדליגע פרויען האבן זיך צוזאמגענומען פארנט פון די 'בית רחל שולע' אין מאנסי, צו פארשרייען א מאמע, וואס איר זון וואוינט ביי איר אינדערהיים, און יענער האלט זיך אפ פון געבן א גט פאר זיין פרוי שוין א שיינע פאר יאר.

אויף די פראגע פון א "אידישע נייעס זשורנאליסט" צו איינס פון די באטייליגטע, פארוואס מ'גייט פראטעסטירן צו א מאמע פון איינער וואס געבט נישט קיין גט, האט יענער געזאגט, וויבאלד דאס קינד וואוינט ביי זיינע עלטערן, און וואס מיינט דאס אז זיי נעמען אים אריין כאטש ער געבט נישט קיין גט.

די אידישע נייעס רעאקציע צו דעם איז געווען, א קלארע סימפאטיע צו די פרויען וואס מוטשענען זיך נעבעך אפ מיט מענער וואס געבן זיי נישט די מעגליכקייט זיך ווייטער צו רוקן אין לעבן, אבער א שטארקע עקל און אפשיי פון אט די מהלך, פון נאכשרייען און נאכלויפן א מאמע, וואס בסך הכל איז איר קינד אירס א קינד, און איר מוטערליכע רעאקציע איז צו געבן פאר איר קינד וואס ער דארף האבן צום לעבן. נישט קיין אונטערשייד וואס ס'איז דער מצב, בלייבן עלטערן, עלטערן, און טאטע/מאמע איז די נאטור אז זיי וועלן ארייננעמען זייערע קינדער צו זיך, און וועלן זיך אויף זיי אננעמען אין יעדע מצב.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל