אטאקע אויף הילף-אגענטורן אין אפריקע

עטליכע אפיס געביידעס פון אונטערנאציאנאלע הילף-אגענטורן זענען נעכטן אטאקירט און אונטערגעצינדן געווארן, דורך אומבאקאנטע פארשוינען.

די אטאקע איז פארגעקומען אין א שטאט אין ניידזשעריע, וואו די ארטיגע איסלאמישע טעראריסטן ווילן אויפשטעלן אן איסלאמישער רעגירונג. צענדליגער טויזנטער מענטשן זענען שוין געשטארבן אין די בלוטיגע קאמפן צווישן די עקסטרעמיסטן און די טעראריסטן, וואס הר'גענען ציווילע אויך, אויב גייט מען נישט אין שפאן מיט זייער ווערסיע פון איסלאם.

די אטאקע איז שוין די פערטע אזא סארט איבערפאל אין יאר 2021, און די צווייטע אויף א הומאניטערישע ארגאניזאציע. די יעצטיגע אטאקעס האבן ווידער אויפגעברענגט די זארגן פון געוויסע הילף-גרופעס אויב ס'איז נישט קיין לעבנ'ס-סכנה פאר די איינגעשטעלטע זיך צו געפינען אין יענע אנארכיסטישע געגנטער אין מערב-אפריקע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל