שיסעריי נעבן פאריזער שפיטאל

א שיסעריי האט אויסגעבראכן הארט נעבן א שפיטאל אין פאריז, ווי יענער האט באוויזן צו אומברענגען איין מענטש, און איז אנטלאפן פון די סצענע מיט א מאטאר-ביציקל.

דער שיסער האט אויך געשאסן אויף א זיכערהייט-אגענט, פון וואס יענער איז שטארק פארוואונדעט געווארן, און ווערט באהאנדלט אין אן ארטיגע שפיטאל.

דער אייגנטומער פון א קאווע-הויז נעבן די שפיטאל געבט איבער, אז דער ערמארדעטער מאן איז אריינגעקומען צו אים אין געשעפט צו טרינקען א קאווע מיט בלויז עטליכע מינוט פאר ער איז געשאסן געווארן.

דער שיסער האט אויסגעשאסן נאך עטליכע קוילן בעפאר ער איז אנטלאפן מיט א מאטאר-ביציקל. די פאליציי האט נאכנישט באוויזן אים צו ארעסטירן.

ארטיגע באאמטע זאגן אז לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז די אטאקע נישט קיין טעראר, נאר ענדערש פארברעכערישע אקטיוויטעטן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל