יאפאן וועט אוועקווארפן אירע נוקלעארע וואסער אין די פאסיפיק אקעאן

די יאפאנעזער רעגירונג האט היינט געמאלדן, אז זיי גייען אריינגיסן אין די פאסיפיק אקעאן די נוקלעארע אנגעשטעקטע וואסערן פון די אויפגעריסענע פוקאשימא נוקלעארע איינריכטונג.

די אויפרייס אין די פוקאשימע איינריכטונג האט פאסירט אין יאר 2011, ווען א מעכטיגע ערד-ציטערניש און דערנאך א צינאמי, האבן געשעדיגט די רעאקטער. די רעאקטער האט זיך צעלאזט פון די שווערע היץ, דערנאך וואס די קאלטע וואסער האט נישט געקענט אריינגיין אין די ספעציעלע רערן וואס קילן אפ די שטארק-אנגעהיצטע ראדיאו-אקטיווע פליסיגקייטן, אין די ריזיגע פעסער מיט גליענדיגע נוקלעארע מאטריאל.

יענע קאטעסטראפע איז געווען די גרעסטע נוקלעארע טראגעדיע נאך די 'טשערנאביל אויפרייס' אין סאוויעט יוניען. דעמאלס איז די גאנצע וועלט איז געווען געשפאנט, און די ראדיאו אקטיווע לופט איז אנגעקומען ביז די פאראייניגטע שטאטן, אבער ב''ה אויף א שטאפל וואס איז נישט געווען שעדליך פאר מענטשן.

יעצט זאגט די יאפאנעזער מיליטער, אז די וועלט-געזונטהייט באאמטע האבן געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם אריינצוגיסן די וואסער אין ים אריין, און ס'וועט נישט אפעקטירן די וואסער אדער די ארום.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל