אמעריקע שיקט א שארפע ווארענונג צו כינע

דער אמעריקאנער אויסערן-מיניסטער, 'ענטעני בלינקין', האט געווארנט די כינעזער רעגירונג איבער זייערע לעצטיגע פראוואקאציעס אין די געגנט פון טייוואן. בלינקין זאגט אז ס'וועט זיין א גרויסע טעות פון סיי וועמען צו צעשטערן די געווענליכע סדר אין יענע געגנט.

בלינקין'ס ווערטער קומען נאך וואס כינע האט זיך אין די לעצטע שטיק צייט צעפירט די הענט אין יענעם ראיאן, און סטראשעט טייוואן אז זי גייט אייננעמען יענע גאנצע אינזל.

אמעריקע האט אין די לעצטע שטיק צייט שטארק ארויסגעצייגט איר שטיצע פאר טייוואן, און דאס איז אויך א זאך וואס די כינעזער רעגירונג קען נישט אראפשלינגען.

שוין יארן וואס כינע ווארט אויף א גוטע געלעגנהייט צו קענען צוריק פאראייניגן טייוואן מיט צענטראל כינע, אזויווי ס'איז געווען בעפאר די קאמוניסטישע רעוואלוציע פון 'מאו זידענג'.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל