אמעריקע ווארנט רוסלאנד איבער אוקראינע

דער אמעריקאנער אויסערן-מיניסטער, 'ענטעני בלינקין', האט היינט אין אן אינטערוויו געווארנט רוסלאנד נישט צו אטאקירן אדער פראוואקירן מיט אוקריינע, וויבאלד אמעריקע גייט נישט שטיל בלייבן, און רוסלאנד גייט ליידן שווערע קאנסעקווענצן.

"איך בין שטארק באזארגט מיט די רוסישע אקטיוויטעטן ביי די גרעניצן מיט אוקריינע. פרעזידענט ביידען איז זייער קלאר, אויב רוסלאנד פירט זיך אויף שלעכט אדער אגרעסיוו וועלן זיין קאנסעקווענצעס". זאגט בלינקין פאר די ען.בי.סי. נייעס-אגענטור.

ווי שוין דערמאנט, האט רוסלאנד אין די לעצטע וואכן פילפאכיג פארשטערקערט איר מיליטערישע אנוועזנהייט ביים אוקריינישער גרעניץ. אמעריקע זאגט אז זינט די אנהויב פון די קאנפליקט אין יענעם ראיאן האט רוסלאנד נאך קיינמאל נישט מאביליזירט אזויפיל זעלנער אין יענע חלק פון זייער גרעניץ.

אויך די נאטא לענדער זענען ארויסגעקומען, און געווארנט רוסלאנד אז זיי גייען זיך שטעלן אויף די זייט פון אוקריינע און איר פארטיידיגן.

די בריטישע רעגירונג האט געזאגט אז זי און די פאראייניגטע שטאטן שטייען אינאיינעם גרייט צו דעפענדן די אוקריינע אינטערעסן. דאס דערמאנען אז זיי זענען גרייט אינאיינעם מיט די פאראייניגטע שטאטן, איז אן אפשרעק מיטל, וואס די ווערטער אונטער דעם קענען אפגעלערנט ווערן, אז אמעריקע און ענגלאנד זענען גרייט צו נעמען אינאיינעם מיליטערישע שריט אין רעאקציע צו רוסישע אגרעסיע אין די געגנט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל