דער בריטישער פרעמיער מיניסטער האט געמאלדן אז ער גייט נישט גיין צו די באגרעבעניש צערעמאניע פון דער פארשטארבענער פרינץ פילאפ. דזשאנסאן זאגט אז ער גייט אוועקגעבן זיין פלאץ פאר איינער פון די קעניגליכע פאמיליע, דערנאך וואס בלויז דרייסיג מענטשן זענען ערלויבט זיך צו באטייליגן צוליב די קאראנע ווירוס צוימונגען, און דזשאנסאן זאגט אז ער וויל אז ענדערש זאל גיין דער פאמיליע מיטגליד ווי אים.
פאריגע וואך פרייטאג איז געמאלדן געווארן דורך די קעניגליכע פאלאץ אז פרינץ פילאפ, דער מאן פון די יעצטיגע קעניגן איז געשטארבן, אין עלטער פון 99 יאר.
פרינץ פילאפ האט חתונה געהאט מיט קעניגן אליזאבעט אין יאר 1947. פילאפ איז געווען א גריכישער פרינץ, ווי אויך א סאלדאט וואס האט זיך געשלאגן אויפן פראנט ביי די צווייטע וועלט-מלחמה.
ער ווערט פאררעכנט אלס א גאר צוגעלאזענער מענטש, און איינער וואס האט אינספירירט צענדליגע טויזנטער מענטשן, וואס האבן ארויפגעקוקט אויף אים אלס איינער מיט סימפאטיע, און איינער וואס האלט זיך נישט העכער פון די פשוט'ע פאלק.
דורכאויס זיינע יארן, אלס מאן פון די בריטישע קעניגן, האט ער זיך באטייליגט ביי טויזנטער פארטיס און אויפנאמע צערעמאניעס. זיך געגריסט מיט מאכטפולע וועלט-פירער, און ארויסגעהאלפן פילאנטראפישע ארגאניזאציעס. כאטש וואס די פאקטן ארום זיין פאמיליע איז נישט אזוי איינגענעם ווי זיין אייגענע חתונה-געהאטע לעבן, האט ער זיך געפרייט מיט זיין פאמיליע, און די טראדיציאנאלע מאראל וואס זיי האלטן אן.
עטליכע פון זיינע קינדער זענען אריבער שיידונג-קריזיסן. די מערסט-באקאנטע איז זיין עלטסטער זון שיידונג, פון זיין ווייב, 'פרינצעסן דיענע'. יענע צעטיילונג האט אויפגעשאקלט די וועלט, און האט שטארק פארשעמט די קעניגליכע פאמיליע. דערנאך האט ער נאך א זון וואס האט זיך געשיידט פון זיין ווייב, און גייט אויך אריבער גאר געמיינע באשולדיגונגען וואס קענען אים אריינפירן אין טורמע פאר לאנגע יארן. די לעצטע שטיק צייט האט אין די עפנטליכקייט אויפגעריסן די טיפע שפאלטענעס וואס זענען דא אין די קעניגליכע פאמיליע, ווען 'פרינץ הערי' האט געפאקט פעק אינאיינעם מיט זיין ווייב, און אפגעפלויגן פון ענגלאנד קיין אמעריקע, זיך אהער אריבערצוציען.
ווי ס'הייסט יעצט גייט דער אנטלאפענער פרינץ הערי זיך באטייליגן ביים באגרעבעניש צערעמאניע, וואס גייט פארקומען אין די קומענדיגע טעג.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה