ירדן'ס קעניג געזען געווארן מיט זיין צעקריגטער ברודער

צום ערשטן מאל זינט ס'איז אנשטאנען די ריס צווישן זיי, האבן די צוויי ברודער זיך היינט געטראפן שטיין איינער נעבן דעם צווייטן.

ווי אונז האבן שוין דא באריכטעט, האבן די ירדן'ער באאמטע ארעסטירט דער האלבער ברודער פון קעניג 'אבדולא', צוזאמען מיט נאך אכצן רעגירונג איינגעשטעלטע, מיטן אויסרייד אז זיי האבן געוואלט דורכפירן א פוטש, און אראפווארפן דעם קעניג פון זיין מלוכה.

היינט ווען ס'איז פארגעקומען א צערעמאניע, האבן די צוויי זיך געטראפן. ווי א ווארט-זאגער פאר די מלוכה געבט איבער האט דער געוועזענער קרוין-פרינץ ווידער זיך אונטערגענומען צו דינען געטריי און שטיין צו די רעכטע האנט פון זיין ברודער דער קעניג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל