כינע זאגט צום ערשטן מאל "מיר זענען נישט גוט אין דעם"

אין אן אומגעווענליכע ערשיינונג, האט דער כינעזער רעגירונג מודה געווען אז זייער וואקסין אפעקטיווער זייט איז נישט צו ברייט און גרויס.

די אנפירער פון די כינעזער געזונטהייט אגענטור זאגט, אז זיי באטראכטן די מעגליכקייט צו מישן עטליכע וואקסינען צוזאמען, צו ארויפשרויפן זייער אפעקטיווע ראטע, וואס האלט יעצט ביי בערך 50 פראצענט, גאנץ א קליינע נומער פאר א וואקסין.

כינע איז ארויסגעקומען מיט עטליכע וואקסינען, און זיי זאגן אז ביז סוף פון דעם יאר וועלן זיי שוין האבן געמאכט אזויפיל ווי דריי ביליאן וואקסינען דאזעס.
 
דאס אז כינע איז ארויסגעקומען אין דער עפנטליכקייט, און געזאגט אז זייערע וואקסינען זענען נישט אזוי ווירקזאם, איז אן אפנויג פון זייער געווענליכע פראפעגאנדע סטייל פאליטיק, און צייגט אז זייערע וואקסינען זענען באמת נישט גוט. בכלל זענען זיי נישט צו שטארק באגלויבט ווען ס'קומט צו די ווירוס נומערן ביי זיי אין לאנד, דערנאך וואס זיי קענען ארומבאדערן מיט די נומערן, כדי זיי נישט צו געבן א שלעכטע נאמען אויף די וועלט ארענע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל