אמעריקאנער קלימאטן גענעראל 'דזשאן קערי' אנגעקומען אין כינע

'דזשאן קערי', דער אמעריקאנער קלימאטן גענעראל, וואס איז געשטעלט געווארן זיך צו פארנעמען מיט גלאבאלע קלימאטן טויש אנגעלעגנהייטן, איז אנגעקומען נעכטן אין שאנכיי-כינע, וואו ער גייט זיך טרעפן מיט די קלימאטן-טויש פירער פון די כינעזער רעגירונג.

'קערי' האט זיך שוין געטראפן מיט א צאל וועלט-פירער אין די פריערדיגע וואכן, און די יעצטיגע באזוך קומט א וואך בעפאר די גרויסע קלימאטן סאמיט, וואס גייט פארקומען קומענדיגע וואך ווירטואל. קערי'ס רייזע איז צו לייגן דרוק אויף לענדער אז זיי זאלן נעמען דראסטישע שריט צו אדרעסירן די קלימאטן טויש פראבלעם.

דער סאמיט איז פאררופן געווארן דורך פרעזידענט ביידען, און וועט זיין מיט די ווירטואלע באטייליגונג פון רוב גרויסע וועלט-פירער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל