רעגירונג זעלנער האבן היינט געשאסן לעבעדיגע פייער אויף געזונטהייט ארבייטער, וואס זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן די מיליטערישע פוטש, און די נאכאנאנדע מערדערייען, דורך די רעגירונג געשטיצטע כוחות.
די בי.בי.סי. נייעס-אגענטור מעלדט, אז נישט לאנג דערנאך וואס די געזונטהייט ארבייטער האבן זיך פארזאמלט, זענען מאסן מיליטערישע טרעקלעך אנגעקומען, ווען פון דארט קומען ארויס צענדליגער זעלנער מיט אויסגעשטרעקטע געווער.
די זעלנער האבן זיך געלאזט אויף די פראטעסטירער מיט א שטורעם, און אנדערע האבן אפילו אריינגעשאסן לעבעדיגע פייער אין די פארזאמלטע מעדיקל ארבייטער.
דאס שיסן לעבעדיגע פייער אויף א גרופע געזונטהייט ארבייטער, איז א פרישע דערקייקלונג אין די ביטערע שחיטות וואס די מיאנמאר מיליטער פירט דורך אויף אירע אייגענע בירגער. הונדערטער ציווילע פראטעסטירער - וואס ברויזן אויף די מיליטערישע פוטש - זענען שוין אומגעברענגט געווארן אין פרידליכע פראטעסטן. שווערע טויזנטער זענען אריינגעשליידערט געווארן אין די צוריקגעשטאנענע שרעקליכע מיאנמאר טורמעס, וואו דאס לעבן פון א מענטש איז נישט ווערד קיין סאך אין די אויגן פון די ארטיגע וועכטער.
די מיאנמאר באפעלקערונג צייגט נישט קיינע סימנים פון קאפיטאליזירן. די ארטיגע איינוואוינער זענען, ווי ס'זעט אויס, אנטשלאסן צוריקצוברענגען די דעמאקראטיש-ערוויילטע רעגירונג, און באשטראפן די פוטש אנפירער.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה