דזשורנאליסטן פראטעסטירן אין טוניזיע

דזשורנאליסטן פון די טוניזיער סטעיט נייעס-אגענטור, טי.עי.פי. האבן זיך נעכטן ארויסגעלאזט אין די גאסן פארנט פון די נייעס אגענטור'ס הויפטקווארטיר, צו פראטעסטירן די אויפנאמע פון א נייער אויפזעער אויף די נייעס אגענטור.

די רעפארטער זאגן, אז די אויפנאמע וועט אוועקנעמען די זעלבסטשטענדיגקייט פון די אגענטור, און וועט איר פארוואנדלען אין א פראפעגאנדע געצייג פאר די רעגירנדע פארטיי אין לאנד.

דער פרישער אויפזעער איז א גאר נאנטער מיט די פירערשאפט אין די ארטיגע גרעסטע פארטיי, און אים אריינשטעלן אלס הויפט פון די נייעס-אגענטור וועט אוועקנעמען די באגלויבטקייט, און וועט ווערן געפירט אויף א דירעקציע וואס זאל דינען פאר די פירנדע פארטיי'ס אינטערעסן.

די פאליציי אין טוניזיע איז אן אגענטור פאר זיך, און זיי זענען די וואס האבן אין לויף פון די יארן, זינט מ'האט אראפגעווארפן 'בן אלי' פון זיין פאזיציע אלס פירער פון טוניזיע, אכטונג געגעבן אז די נייעס-אגענטור און נאך אנדערע דעמאקראטישע אינסטיטוציעס זאלן פארבלייבן אין זעלבסטשטענדיגע הענט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל