פרעזידענט ביידען האט היינט אינדערפרי גערעדט טעלעפאניש צו דעם רוסישן פרעזידענט, פוטין. דער פרעזידענט האט ווידעראמאל קלארגעשטעלט פאר פוטין אז אמעריקע וועט רעאגירן זייער קלאר און שטארק קעגן רוסישע אקטיוויטעטן קעגן אמעריקע ווי סייבער און וואלן אונטערווענץ.
דער פרעזידענט האט אויך אויסגעדריקט אמעריקע'ס שטיצע פאר אוקריינע'ס עקזיסטענץ און זיכערהייט, און אז אמעריקע וועט נישט לאזן אנדערע לענדער אריינשניידן אין אוקריינע'ס רעכטן.
פרעזידענט ביידען האט אויך איינגעשטימט צו אפהאלטן א סאמיט מיט פוטין אויף וואס דער רוסישע פרעזידענט בעט שוין פאר היפש א שטיק צייט. איינצלהייטן פון די זיצונג איז נאכנישט באריכטעט געווארן, אבער די פרעסע סעקראטאר זאגט אז ס'איז ערווארטעט אז די באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד זאלן בלייבן אנגעשטרענגט, דערנאך וואס רוסלאנד פירט אן מיט אגרעסיעס און געוויסע פראנטן.
די יעצטיגע טעלעפאן רוף איז שוין די צווייטע וואס ווערט געמאכט קיין וואשינגטאן, דערנאך וואס עטליכע וואכן צוריק איז געקומען א טעלעפאן רוף פון מאסקווע, אויף וואס פרעזידענט ביידען האט צוריקגעוויזן די רוף, און זיך אפגעזאגט פון צו רעדן צום רוסישן פרעזידענט.
ווי ס'זעט אויס האט ביידען אן אינטערעסאנטע מהלך מיט דעם רוסישן פירער, פון שמאל דוחה וימין מקרבת, פון איין זייט זאגט ער דעם רוסישער פירער אז ער איז גרייט זיך צו טרעפן מיט אים, אבער פון די אנדערע זייט ווארנט ער אים איבער זיין אויפפירונג.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה