די פאליציאנט'קע וואס האט דערשאסן צום טויט דער שווארצער יוגענטליכער,'דאנטעי רייט', האט היינט נאכמיטאג געמאלדן אז זי רעזיגנירט פון איר פאזיציע אלס א פאליציאנט. אויך האט דער פאליציי-הויפט געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון זיין אמט, נאכפאלגנדיג די טויט פון דאנטעי, אין די הענט פון איינער פון זיינע אפיצירן.
די פאליציאנט'קע האט אין די לעצטע צוויי טעג באקומען גרויס דרוק אז זי זאל רעזיגנירן פון איר אמט און אהיימגיין, וואס זי האט טאקע היינט געטון, כאטש וואס זי זאגט אז זי איז גענצליך אומשולדיג, און האט געמיינט אז זי האלט איר טעיזער וואפן.
די פאמיליע פון דזשארדזש פלויד זענען היינט אנגעקומען צו די געגנט וואו ס'איז פארגעקומען די אינצידענט, און האבן אינאיינעם מיט די רייט פאמיליע אויפגעטרעטן, ארויסברענגענדיג די שווערע מצב אין וואס עס געפונען זיך אפריקאנער אמעריקאנער אין די פאראייניגטע שטאטן.
"אונז זעמיר דא, און אונז גיימיר זיך שלאגן פאר יוסטיץ פאר די פאמיליע, די זעלבע ווי אונז שלאגן זיך פאר אונזער פאמיליע", זאגט דער ברודער פון דזשארדזש פלויד היינט ביים פרעסע קאנפערענץ.
די פלויד געריכט קומט פאר אין די טעג אין מינעאפעליס, וואס איז בלויז צען מייל פון די געגנט וואו ס'איז פארגעקומען די פאטאלע פאליציי אינצידענט מיט צוויי טעג צוריק. די פאקט אז בעת וואס ס'קומט פאר די פראצעס פון דזשארדזש פלויד'ס מערדער, איז פארגעקומען נאך אן אינצידענט, האט שטארק צוגעגעבן צום אנגעצויגנקייט וואס הערשט שוין אין מינעאפעליס זינט דאס אומקום פון פלויד.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה