פרעזידענט ביידען: מיר האבן גענוג פון די פייזער וואקסין

פרעזידענט ביידען האט היינט - נאך ס'איז ארויסגעקומען די נייעס איבער די דזשעי ענד דזשעי וואקסין געזאגט, אז די אמעריקאנער רעגירונג גייט האבן גענוג פון די פייזער וואקסין אויסצוטיילן פאר אלע אמעריקאנער בירגער, און מ'זאל נישט זיין באזארגט.

"איך האב זיכער געמאכט אז מיר האבן 600 מיליאן דאזעס, חוץ פון אסטראזאניע און דזשעי ענד דזשעי, אלזא ס'איז דא גענוג וואקסינ'ס פאר יעדע אמעריקאנער", זאגט דער פרעזידענט פאר רעפארטער.

עקספערטן זאגן טאקע, אז אנדערש ווי ערווארטעט גייט נישט זיין קיין גרויסע טוישונגען אין די וואקסין אויסטיילונג, וויבאלד ס'איז דא איבערגענוג פון די אנדערע גוטע וואקסינען.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל