דזשעי ענד דזשעי וואקסין פארטיילונג אפגעשטעלט

אין א דראמאטישע אנטוויקלונג האט די סי.די.סי. און די עף.די.עי. ביידע ארויסגעגעבן א מעלדונג אז מ'זאל אפשטעלן כאטש אויף צייטווייליג דאס אויסטיילן פון די דזשעי ענד דזשעי וואקסין, דערנאך וואס זעקס מענטשן פון די זיבן מיליאן מענטשן וואס זענען שוין וואקסינירט געווארן מיט די דזשעי ענד דזשעי וואקסין, האבן געהאט בלאד קלאטס, און איינער פון זיי איז געשטארבן, און אן אנדערער איז אין א קריטישע מצב.

איינער פון די אפעקטירטע פארציילט: "איך האב זיך זייער נישט גוט געשפירט. ווען די בלוט טעסטס האבן גארנישט געוויזן ספעציעל, בין איך צוריק אהיים, אבער דורכאויס די וואך איז מיין פיס שטארק געשוואלן געווארן, אז איך האב ממש נישט געקענט גיין אויף די פיס. ווען די דאקטוירים האבן מיר אונטערזוכט האבן זיי געפונען א בלאט קלאט אין מיינע פיס". זאגט דער באטראפענער פאר די ען.בי.סי. נייעס אגענטור.

די דאקטוירים זאגן אז א געוויסע רעאקציע פון די אימיון סיסטעם האט צוגעברענגט דערצו אז זיי זאלן באקומען בלאט קלאטס.

מערסטנס פון די מענטשן האבן נישט געהאט קיין אנדערע געזונטהייט פראבלעמען, און אלע זענען געווען אין די יארגענג צווישן 18 און 48. די סימטעמס זענען געווען, קאפ-שמערצן, שטארקע פיס ווייען און קורצע אטעמען אין די צוויי וואכן פון ווען מ'האט גענומען די וואקסין.

עקספערטן זאגן אז די אפהאלט וואס די סי.די.סי. האט ארויסגעגעבן פון ווייטער צו איינשפריצן די דזשעי ענד דזשעי וואקסין, איז בלויז א צייטווייליגע זאך, וויבאלד די בלאט קלאטס זענען זייער א זעלטענע ערשיינונג.

דזשעי ענד דזשעי זאגט, אז ס'איז נישט אויפגעוויזן געווארן אז זייערע וואקסינען האבן צוגעברענגט צו די מאדנע אינצידענטן.

אויטאריטעטן זאגן אויך, אז די וואס האבן שוין גענומען די וואקסין דארפן נישט זיין באזארגט איבער זייער געזונטהייט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל