אוקריינער פרעזידענט באזוכט שלאכט-פעלד אין אנגעשטרענגטע מצב

דער אוקריינער פרעזידענט, 'וולאדאמיר זאלענסקי', האט באזוכט די מזרח-גרעניץ פון זיין לאנד, דערנאך וואס אין די לעצטע שטיק צייט האט זיך דער מצב ביי די מזרח גרעניצן שטארק פארערגערט.

25 אוקריינע זעלנער זענען שוין אומגעקומען אין די לעצטע פיר חדשים, זינט דער מצב האט אנגעהויבן פארערגערט ווערן.

אויך האט מען אויפגעכאפט פארמערטע רוסישע מיליטערישע צוגרייטונגען ביי די גרעניץ מיט אוקריינע, און זאלענקא האט מורא אז די רוסן גרייטן זיך אויף אן אינוואזיע.

פאריגע וואך האט די ווייסע הויז באריכטעט, אז פרעזידענט ביידען האט גערעדט טעלעפאניש מיטן אוקריינער פרעזידענט, און אים פארזיכערט אז אמעריקע וועט נישט שטיין אינדערזייט, בעת וואס די רוסן פירן דורך אגרעסיעס קעגן אוקריינע.

זאלענסקי צייגט מיט זיין באזוכן די פראנט ליניעס, אז ער איז גארנישט אזוי ווייך צו די רוסישע אגרעסיע. געוויסע גרויסע גענעראלן האבן געשטימט פאר זיין קעגנער אין די ארטיגע פרעזידענטליכע וואלן, דערנאך וואס זיי האבן מורא געהאט אז זאלענסקי איז נישט גענוג שטייף קעגן די רוסישע אינטערווענסן די אוקריינע פרידן.

זאלענסקי האלט זיך נישט אפ פון זאגן וואס ער האלט וועגן רוסלאנד, אנדערש ווי די גענעראלן האבן מורא געהאט, ער זאגט אז אוקריינע גייט נישט יעצט גיין אין מלחמה, אבער זיי וועלן זיך פארטיידיגן מיט א שטייפקייט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל