צפון איירלאנד איינגעהילט אין ראיאטן

אין צפון איירלאנד, וואס איז א חלק פון די בריטישע רעגירונג, קומען אין די טעג פאר ווילדע ראיאטן, וואו ארטיגע שטיצער פון די בריטישע פאראייניגונג באקלאגן זיך, אז געוויסע אפמאכן וואס די בריטישע רעגירונג האט געשלאסן אנבאלאנגט 'ברעקזיט', וועט זיי ארויסלאזן פון די בילד, און זיי זייער פארשווערן עקאנאמיש.

צענדליגער מענטשן זענען שוין פארוואונדעט געווארן אין די ארטיגע ראיאטן. די בילדער פון יענע געגנט שיינען אראנדזש, ווען פון אלע זייטן זעט זיך אן ברענעדיגע קארס און באסעס.

דער בריטישער פרעמיער האט גערופן פאר איינגעהאלטנקייט, און אז פארברעכנס קענען נישט ווערן אנגערופן פראטעסטן.

צפון איירלאנד איז נישט א חלק פון 'גרויס בריטאניע', ס'איז אויף די איירלאנד אינזל, דארט וואו ס'געפינט זיך די פאקטישע לאנד 'איירלאנד'. זי איז אבער א חלק פון די בריטישע רעגירונג, און דארט זענען שוין פארגעקומען שווערע קאמפן, פון שטיצער וואס ווילן זיך אפרייסן פון ענגלאנד, און די וואס ווילן פארבלייבן מיט די ענגלישע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל