צפון קאריע פירער: אונז שטיי מיר אין די ערגסטע סיטואציע פון אלע צייטן

אין אן אפנויג פון זיינע שטענדיגע פראפעגאנדע רעדעס, ווי ער לויבט אויס זיין לאנד און איר ווערטשאפט, האט דער צפון-קאריע פירער, 'קים יאנג אן', היינט געלאזט הערן ביי א רעדע, אז זיין לאנד שטייט אין א שרעקליכע מצב.

די רעדע איז פארגעקומען ביי א גרויסע פארזאמלונג, פון טויזנטער איינגעשטעלטע אין די פארטיי'ס פירערשאפט. די קאנפערענץ איז פאררופן געווארן דורך 'קים', וואס ער זאגט איז, "צו טרעפן וועגן וויאזוי צו פארבעסערן דאס לעבן פון די צפון-קאריע בירגער".

אויפטרעטנדיג האט קים געזאגט: "פארזיכערן די בירגער'ס לעבן סטאנדארטן, אפילו אין די שווערסטע צייטן וואס מיר גייען יעצט אריבער, איז אונזער ציל".

צפון-קאריע איז גאנץ שטארק אין די נייעס אין די לעצטע עטליכע חדשים, נאך וואס דער ביידען אדמיניסטראציע האט איבערגענומען די מאכט אין אמעריקע, און די טאן אין וואשינגטאן האט זיך געענדערט. ביידען פארלאנגט א באלדיגע אפשטאל צו די נוקלעארע פראגראם פון צפון-קאריע, און די מיסל פראבעס וואס צפון פירט דורך אויף באליסטישע מיסלס.

ווי זיי טוען שטענדיג ווען ס'איז דא א פרישע אדמיניסטראציע, האט צפון קאריע דורכגעפירט א פראבע אויף א באליסטישע מיסל, זינט ביידען איז אריינגעקומען אין אפיס. מיט דעם מעסטן זיי די געמיטער, און ווי ווייט די נייע אדמיניסטראציע וועט זיי לאזן ציען די שטריק.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל