אידן זענען מתפלל פאר רבי שמריהו יוסף חיים בן פעשא מרים לרפו"ש, נאכדעם ווי מען האט פרייטאג צופרי געהערט אז הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א איז אנגעשטעקט געווארן פון דעם קאוויד וויירוס.

לויט ווי זיין משפּחה האט איבערגעגעבן, האט ער באקומען היץ, מען האט געמאכט א קאוויד טעסט און עס איז צוריקגעקומען "פּאזיטיוו".

א צאל פון זיינע אייניקלעך, און אויך פון די שטוב מענטשן, אריינגערעכנט זיין דרייווער, האבן אויך באקומען "פּאזיטיוו" טעסט רעזולטאטן אין די לעצטע טעג, וואס כאטש הרב קנייבסקי האט שוין חדשים אויפגעפּאסט נישט צופיל אנצוקערן זיך מיט'ן עולם, און ער נעמט אויף מענטשן בלויז זיצנדיג אונטער אן "אפּטיילער", זעט מען אז ער איז פארט אנגעשטעקט געווארן, און מען איז מתפּלל פאר א רפואה שלימה במהרה פאר דעם גאון שליט"א.

לויט ווי מען האט געהערט פאר יו"ט, האט הרב קנייבסקי פארגעזעצט זיינע לימודים, ער שפּירט זיך גוט, וואס האפנטליך איז דאס בלויז א מילדער קאוויד פאל, און ער איז אונטער א שטרענגע מעדיצינישע אויפזיכט. צוליב זיין העכערן עלטער בליעה"ר, איז מען אבער באזארגט און מען איז מתפּלל אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט א רפואה שלימה במהרה.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל