קיינמאל געשעהן

פעיק ניוז!

קוים א וואך צוריק איז אמעריקע אויף געווען מיט א שרעקליכע געשיכטע ווען א זאפאס פון אבסענטי בעלאטס איז געפונען געווארן ביי די זייט פון א שאסיי אָוטאַגאַמיע קאונטי אין וויסקאנסין. די רעכטע מידיא האט געיאמערט איבער די קארופציע פון די פאוסטעל סערוויסעס און די אומווירקזאמקייט פון פאסט-וויילן.

די טראמפ אדמיניסטראציע איז שוין אקטיוו פאר איבער א יאהר צו פארשפרייטן ליגענט איבער קארופציע פון די יו.עס. פאוסטעל סערוויסעס צוליב עטליכע סיבות.

דאנעלד טראמפ איז פערזענליך א שטארקע שטיצער פון סיי וועלכע קאנספיראציע טעאריע, און באזונדער האמערט ער אייביג מיט שטארקע גוזמאות איבער רעגירונג קארופציע.

די טראמפ קעפ איז שטארק אומבאקוועם מיט פאסט-וויילן, צוליב וואס עס ערלויבט מיליאנען ארעמע אמעריקאנער צו שטימען אהן דארפן אראפקומען צו באשטימטע פלעצער ווען זיי האבן נישט די צייט (צוליב דאס ארבעטן אויף מער ווי איין שטעלע) און געלט צו קומען אין צייט. די דעמאקראטן האבן טראדיציאנאל געשטופט צו טוישן די געזעץ גרינגער צו מאכן דאס שטימען פאר ארעמע בירגער, דורך אויסציען די צייט ביז ווען מען קען אפגעבן די שטימע און ערלויבן מער מעטאדן עס אפצוגעבן. זיי טוען דאס, ווייל די ארעמע שטימען געוועליך מער דעמאקראטיש, און עס לוינט זיי צו ערמעגליכן די שטימען. די רעפובליקאנער זוכן צוריקצוהאלטן אזעלכע סארט פארגרינגערונגען, צוליב וואס עס וועט זיי נישט לוינען ביים שטים-בודקע.

בכלל איז ערווארטעט אזא קאנדידאט וואס איז אומזיכער מיט זיינע שאנסן צו אנזייען שרעק און ווארפן א טומלונג איבער רעזולטאטן, צו קענען פארענטפערן אדער אפלייקענען זיין פּאָטענציעלע פארלוסט. ער האט באזידלט ביידען בשעת די דעבאטע די וואך אז "פאסטטרעגער פארקויפן בעלאטס" און "בעלאטס ווערן געווארפן אין טייכן", פאררופענדיג זיך צי די וויסקאנסין געשיכטע.

פאריגע וואך איז די רעכטע אויפגעקומען מיט דאס ערשטע א.ג. "אפענע באווייז" פון א שווינדל קאנספיראציע צו העלפן ביידען געוואונען ווען מען האט מכלומעריש געפונען א גרויסע שאכטל מיט אבסענטי בעלאטס - אלעס וואס קלויבט אויס טראמפ אלס פרעזידענט פאר נאך פיר יאהר - אויף די זייט פון א אָוטאַגאַמיע קאונטי שאסיי.

שטעלט זיך ארויס, אז די שאכטל האט נאר ערהאלטן קאנווערטן (ענוועלאפן), און נישט קיינע אבסענטי בעלאטס. עס איז נישט ערווארטעט אז פאקס ניוז זאל ארויסקומען מיט א אויסבעסערונג - ווי עס איז איינגעפירט מיט אנדערע מידיא אגענטורן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל