Tonight, @FLOTUS and I tested positive for COVID-19. We will begin our quarantine and recovery process immediately. We will get through this TOGETHER!
— Donald J. Trump (@realDonaldTrump) October 2, 2020
פרעזידענט טראמפ'ס טוויט
די ריספאנד
די ריספאנד איז געווען גרויס און אויסער די פאַקט אז דאס איז געווארן פון די מערסט פאפולערסטע טוויטס אין די היסטאריע פון טוויטער, איז געהערט געווארן שיינע און פארקערטע ריספאנסעס פון די אמעריקאנער. די גאר לינקע און ווי פארשטענדליך די אלגעמיינע מידיא האט זיך אריינגעלייגט אין די פרשה מאכענדיג זיכער ארויסצושרייבן אז פרעזידענט טראמפ האט קיינמאל נישט גענומען ערנסט די ווירוס וועלכע האט שוין אומגעברענגט איבער 207 טויזנט מענטשן בלויז אין אמעריקע, און געטאן אראפרייסן די גאנצע מאסק סומאטאכע און יעצט וועט ער אביסל דאס פיהלן אויף די אייגענע הויט.
די רעכטע און די מער פראפעציאנאלע לינקע פאליטישאנס, אריינגערעכנט פרעזידענט קאנדידאט דזשאו ביידען, האט מיטגעטיילט רחמנות געפיהלן און געוואונטשן פאר טראמפ א "ספידי רעקאָווערי".
פון געוויסע (ספעציעל פון מיליטערישע וועטעראנען) האט מען געהערט שטארק אראפרייסן די סיקרעט סערוויס (די אגענטור וועלכע היט אפ די פרעזידענט) אז זיי האבן געברויכט טאן א בעסערע דזשאב מיט'ן באהיטן די פרעזידענט פון אזא ווירוס וועלכע איז היפש שעדליך פאר איינעם אין טראמפ'ס יארגאנג.
און ווי פארשטענדליך, ביי אידן, האט מען דאס גענומען אלס א מוסר השכל אז אפילו די מערסט פארזיכערטע מענטש פון די פלאנעט קען ווערן אנגעשטעקט מיט א ווירוס, ווייל אלעס ווערט געפירט פון אויבן.
די פרעזידענט'ס לאגע
וויאזוי די הויפט ווייסן הויז דאקטער האט געשריבן אין אן אפיציעלן סטעיטמענט איז די פרעזידענט נאך אין א נארמאלן מצב און האט נאכנישט קיין געהעריגע סימפטאמען. אבער פון אנדערע ווייסע הויז איינגעשטעלטע האט מען געהערט אז די פרעזידענט פירט זיך שוין אויף עטליכע טעג "שוואך", און ווען מען האט אנגעפרעגט טראמפ'ן וואס עס גייט פאר, האט ער געזאגט אז זיין פארנומענע סקעדזשוואל פון פיל קאמפיינען שלעפט אים שטארק אראפ.
וואס געשעהט יעצט?
די נייעס קומט בלויז 32 טעג בעפאר די אפיציעלע עלעקשאן-טאג און אין די טעג ווען די פרעזידענט ברויך ארומגיין קאמפיינען און צייגן פאר די אמעריקאנער בירגער אז ער איז די מערסטע פאסיג צו זיין די אמעריקאנער פירער וועט ער זיין פארשפארט, וויאזוי טראמפ'ס דאקטער האט געזאגט, וועט ער זיין איינגעשפארט פאר עטליכע וואכן אין זיין פריוואטע וואוינונג אינעם ווייסן הויז.
די מצב קוקט בכלל נישט אויס גוט פאר טראמפ מיט די יעצטיגע נייעס, וואס אויסער די פאַקט אז טראמפ וועט נישט קענען קאמפיינען איז מעגליך אז זיינע קערפער וועלן אויפנעמען שווער די ווירוס ווי מיר האבן אנגעמערקט איז זיין יארגאנג שלעכט אויסגעשטעלט פאר די ווירוס, און ביידען קען זיך צוכאפן צו די געלעגנהייט און מעגליך געוואונען די 2020 עלעקשאן. צייט וועט זאגן!
מען רייסט איין ביים רבי'ס ציון פאר א רפואה שלימה! pic.twitter.com/kOAhm6NPkk
— אידישע נייעס (@Yiddishe_News) October 2, 2020
אידיש גערעדט...
הוסף רשומת תגובה