א חסידי'שע איד פון בארא פארק איז היינט אטאקירט געווארן ווען ער האט רואיגערהייט שפאצירט מיט זיין ווייב און קינד אין קאני איילענד דורכאויס א חול המועד פארוויילונג. די אינגערמאן וועלכע האט געטראגן א חסידישע לבוש (טיש-בעקיטשע) אינדערצייט פון די אטאקע איז אטאקירט געווארן דורך אן אפריקאנער זעקס פיסיגע פארשוין. ווי די פאמיליע זאגט, איז די כוליגאן ערשינען פלוצלינג און מיט א שטארקע קראפט געגעבן א זעץ אינעם אינגערמאנ'ס פנים ווי ער האט פארלוירן זיין באוואוסטזיין, צובראכן זיין נאז און געאורזאכט אז ער זאל באקומען עטליכע סטיטשעס.
די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג, ווי זי זאגט איז דאס געשאצט אלס אן אנטיסעמיטישע אטאקע, כאטש וואס זי האט נישט צופיל אינפארמאציע, זינט די אטאקירער האט גארנישט געזאגט און שנעל אפגעטראגן פונעם סצענע.
הוסף רשומת תגובה