נאכט 2 פון אידישע פראטעסטן אין ניו יארק

באריכט דורך יהוסף כ"ץ

טויזענטער אידן פון בארא פארק און מאנסי האבן זיך די נאכט ווידער ארויסגעלאזט אויף די גאסן צו פראטעסטירן אקעגן גאווערנער קאומא'ס נייע קאראנעווירוס רעגולאנציעס וועלכע טוט נישט ערלויבן צו דאווענען מיט מער ווי צעהן מענטשן.

די נעכטיגע פראטעסטן איז אין געוויסע וועגן געווען היפש רואיגער ווי די ערשטע טאג. די פראטעסט האט זיך אנגעהויבן אלס א שמחת בית השואבה ביז דער אזוי-גערופענע אידישע אקטעוויסט העשי טישלער איז ערשינען און אנגעהויבן צו מאכן אן אפיציעלע פראטעסט דערפון ווי איין איד, א זשורנאליסט איז אטאקירט געווארן פאר'ן חטא פון פרובירן אויפצוקלערן די אידנטום די ערנסטקייט פונעם ווירוס.

א ריזן גרופע פון פאליציי אפיצירן זענען געווארן אראפגערופן צו דער סצענע נאך וואס שלעק האט אויסגעבראכן עטליכע מאל צווישן אידן און פאליציי אפיצירן.

אן איד ווערט צושלאגן לויט'ן פסק פון דער אזוי-גערופענער אקטעוויסט העשי טישלער

פראטעסטן אין מאנסי

גרופע פון אפיצירן זענען געווארן אראפגערופן נאך וואס שלעק האט אויסגעבראכן צווישן אידן און אפיצירן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל