היינט איז א גרויסע טאג אין המספיק, און א פיהל גרעסערע פאר די אידישע געמיינדע!

נאך לאנגע מאנאטן פון שווערע האראוואניע וועלכע ווי מען זאגט "מען האט ממש נישט געזען די שיין פונעם ענדע פון די טונעל", האט המספיק קינגס היינט באקומען די לאנג-ערווארטעטע ערלויבעניש פון די סטעיט צו קענען עפענען אן "ארטיקל 31" מענטל העלט קליניק.

די דאזיגע לייסענס - וועלכע איז גאר שווער צו באקומען, און בלויז עטליכע האבן דאס באוויזן צו איינרישן אין גאנץ ניו יארק סטעיט - וועט געבן פאר המספיק א מורא'דיגע געלעגנהייט צו קענען צושטעלן פאר די אידישע געמיינדע אומשאצבארע סערוויסעס און צו קענען העלפן און שטיצן די וועלכע טוען זיך מוטשענען און ראנגלען מיט מענטל-העלט פראבלעמען.

המספיק האט היינט צוגעלייגט איר נייעסטע צווייג צו איר פאמיליע: סיפוק, א מענטל העלט קליניק וועלכע וועט העלפן מענטשן צו לעבן מיט א פולקייט. מיט די גרינדונג פון "סיפוק", טוט המספיק אויך ציהלן צו ברענגען א שטימע אין די וועלט פון מענטל העלט צו באזייטיגן די וואלקן פון סטיגמע וועלכע שוועבט ארום מענטל-העלט און צו געבן פאר מענטשן די געלעגנהייט צו קענען באקומען מענטל-העלט הילף פריי פון אפצאל.

די המספיק פאמיליע וועלכע לויפט מיט א סוקסעס דורך ר' הערשל ווערטהיימער איז שטארק דאנקבאר פאר די פילע מענטשן וועלכע האבן געהאלפן ברענגן די נייע פליגל צו א רעאליטעט, און ספעציעל דאנקבאר פאר די דירעקטאר פון מענטל העלט סערוויסעס מאטי שאלאמאן און די טשיף אָוו סטעף נפתלי טעסלער וועמענ'ס קאפ און מח זענען געליגן אין די לעצטע מאנאטן אויסצופלאנירן די נייע פראיעקט.

פרישע דורכברוך אין די מענטל-העלט וועלט: המספיק טוט פארשטעלן "סיפוק"


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל