ר' יואל ראטה קומט צוריק פון אומאן צו פראווענען ראש השנה מיט זיינע אנשי שלומינו

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס וועבזייטל

האלטענדיג ווייניגער פון 36 שטונדן צום זמן ליכט צינדן ערב ראש השנה קומט יעצט אריין די גרויסע נייעס אז ר' יואל ראטה ר"י היכל הקודש ד'ברסלב וועט צוריק פליען פון אומאן צו ניו יארק, טראץ וואס ער האט באוויזן דורכצוגיין די גרעניץ פון אוקראינע בלויז דריי טעג צוריק.

אין א געשריבענע בריוו וואס הרב ראטה האט ארויסגעשיקט צו זיינע אנשי שלומינו, שרייבט ער דארט ווי שווער עס איז געווען פאר אים דורכצושווערצן די גרעניץ, און טוט מזביר זיין פארוואס ער קומט צוריק אהיים, פאלגענד האט איר דעם בריוו אפגעטייפּט:

"בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה קיעוו, אוקריינע. לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תלמידי הישיבה שיחיו. 
 
מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך דארף נישט אפגעבן פאר קיינעם קיין דין וחשבון – וואס איך טו און פארוואס איך טו, נאר פאר'ן אייבערשטן; דאך שרייב איך ענק וואס דא גייט פאר. איך בין געפארן זונטאג האזינו קיין אומאן צו זיין ביים רבינ'ס ציון נאר ווייל מען האט מיר געזאגט אז מען שטעלט מיר צו א וועג אריין צו קומען קיין אומאן פאר מיר און פאר אלע אנשי שלומינו - איבער הונדערט פופציג מענטשן, אדעתא דהכי בין איך געפארן. 
  
איך בין אנגעקומען מאנטאג קיין אדעסא, אוקריינא; גלייך פון עירפארט בין איך געפארן זיך טרעפן מיט די וואס ברענגען אריין וכו' וכו', ווען איך האב געזען און פארשטאנען אז די וועג אריינצוקומען איז קראנט – האב איך מציע געווען פאר אלע תלמידי היכל הקודש צו קומען, אפילו עס איז א שווערע וועג, א דרך לא דרך און אפילו עס קאסט א טייערע פרייז - דאך האבן אלע צוגעהערט און געקומען מיט מסירות נפש, נאך מער ווי אין די צייטן פון די קאמוניסטישע רעזשים. 

למעשה ווען די ערשטע טראנספארט פון פופציג מענטשן זענען אנגעקומען האט זיך אנגעהויבן ביטערע שווערע מינוטן; יעדע מינוט איז געווען פאר מיר זייער שווער, אפצומאכן וואס מען טוט ווייטער; מיט דעם אלעם האב איך נאכאלץ געבעטן די צווייטע טראנספארט זאל זיך ארויסלאזן אויף די זעלבע מסירות נפש'דיגע רייזע וואס מען קען נאכנישט שרייבן (שפעטער וועט מען דאס קענען דערציילן). 
 
אויך איז געווען א דריטע טראנספארט ארויס צו פארן נעכטן פון אמעריקע און א פערטע טראנספארט איז געווען אין אונגארן. 
  
היינט פארטאגס ווען איך האב געזען אז אלעס אלעס איז פארקלאפט, מען האט מיר געסטראשעט אז די ערשטע טראנספארט וועט זיין ראש השנה פארשפארט אין תפיסה – האב איך אלעס אפגעשטעלט און זיך אסאך מתבודד געווען וואס איך זאל טון, ביז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די מחשבה: 'פאר צוריק'. 
 
 
איך דארף ענדיגן שרייבן ווייל די פליגער הייבט זיך. 
 
איך וועל זיין ראש השנה תשפ"א אין קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק און זיך פרייען מיט'ן יעדן תלמיד!"


די אפגעשריבענע בריוו:
ר' יואל ראטה קומט צוריק פון אומאן צו פראווענען ראש השנה מיט זיינע אנשי שלומינו

ר' יואל ראטה קומט צוריק פון אומאן צו פראווענען ראש השנה מיט זיינע אנשי שלומינו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל