אידישע נייעס טעגליכע באריכט פאר ד' סליחות

ארץ ישראל
- אלי ראזענבערג א 26 יעריגער חרדי'שער ישיבה-מאן איז היינט דערקלערט אלס דער פירער פון די אל-על לופטליניע. ליינט מער דא.

אוקראינע - ארום 600 אידן אריינגערעכנט פיצלעך בעביס וועלן די נאכט נעכטיגן די דריטע נאכט ביי די גרעניץ פון אוקראינע, צוליב וואס די אוקראינער רעגירונג לאזט נישט אריין קיין אידן וואס ווילן גיין צו אומאן אויף ראש השנה. די רויטע קרייץ איז ערשינען און געברענגט עסן און אנדערע באקוועמליכקייטן פאר די אלע געשטראנדעטע. די מדינת ישראל אינערן מיניסטער אריה דרעי האט האט אפגעשיקט א בריוו צו דער אוקראינער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי (וועלכע איז אן איד), בעטענדיג פון אים אז ער זאל אריינלאזן די אידן אין אוקראינע כדי מען זאל קענען זיין אין אומאן אויף ראש השנה.

ארץ ישראל - אדמו"ר מ'צאנז איז שווער קראנק געווארן נאכ'ן ווערן אנגעשטעקט מיט'ן קאראנעווירוס. אידן פון ארום דער וועלט ווערן געבעטן צו זאגן א קאפיטל תהילים פאר רבי צבי אלימך בן חיה נחמה לרפואה שלימה בקרוב.

איראן - באריכטן פון די סי-איי-עי און אנדערע רעגירונגס אגענטורן האבן געלאזט הערן, אז איראן זוכט צו נקמה נעמען איבער די אטאקע ווי אמעריקע האט אומגעברענגט אירע הויכע גענעראל קאסאם סולימאני אנהייב יאר. פרעזידענט טראמפ האט שארף צוריק געענפערט זאגענדיג, "סיי וועלכע סארט אטאקע איראן וועט נאר פרובירן צו דורכפירן אויף אמעריקע, וועט די ריספאנד זיין טויזענט מאל ערגער!"

וואשינגטאן - נאך פילע פראגן איבער די טעמע צו אמעריקע וועט פארקויפן פאר די עמיראטן די לעצטע אמעריקאנער פארגעשריטענע קאמפס-פליגער די עף-35, האט פרעזידענט טראמפ געמאלדן אז ער וועט נישט האבן קיין פראבלעם עס צו פארקויפן פאר זיי. פרעמיער נתניהו האט אויך זיך געלאזט הערן איבער די טעמע, זאגענדיג "דאס איז נישט געווען קיין טייל פונעם אפמאך".

וואשינגטאן - די יוסטיץ דעפארטמענט האט געעפענט אן אויספארשונג צו דער געוועזענער נאציאנאלע ראטגעבער דזשאן באלטאן האט פארעפנטליכט קלאסיפיצירטע אינפארמאציע מיט זיין נייער בוך, וועלכע איז געבויעט בעיקר אראפצורייסן פרעזידענט טראמפ.

וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז זיין אדמינסטראציע ארבעט יעצט אויף נאך 5 לענדער איבער א שלום-אפמאך מיט מדינת ישראל, זאגענדיג "ווארטס נאר מיט שפאנונג!"

וואשינגטאן - א נייע אנקעטע צייגט צום ערשטן מאל אז פרעזידענט טראמפ האט אן אויבערהאנט אין די 2020 וואלן. די אנקעטע וועלכע איז גענומען געווארן דורך "רעסמוסען רעפאָרט" צייגט אז ער האט 47 פראצענט פון די וויילער אינדערצייט וואס ביידען האט בלויז 46 פראצענט פון די וויילער. די אנקעטעס וועלן זיך שטארק טוישן אין די נאנטע טעג צוליב די לעצטע רונדע פון שלום-אפמאכן וואס די טראמפ אדמינסטראציע האט אויסגעפירט.

וואשינגטאן -האלטענדיג 18 מאנאטן זינט די אנהייב פונעם אויספארשונג דורך קאנגרעס איבער די צוויי באואינג 737 פליגערס וועלכע האט געקראכט איבערלאזענדיג 346 טויטע, איז די קאנגרעס ארויסגעקומען מיט א באריכט, שרייבענדיג אז באואינג און די עף-עי-עי זענען ביידע שולדיג פאר די זיכערהייט דורכפעלער.

ניו דזשערסי - א פארשוין איז ארעסטירט געווארן פארן שטיצן כאמאס, און פאר'ן ארויסשיקן א ווידעא אויף די אינסטעגראם פלאטפארמע ווי ער שטייט מיט א ביקס שרייענדיג אז ער וועט שיסן מדינת ישראל בירגער.

ניו יארק - די ניו יארק'ס קאראנע טראוועל רעקאמענדירונג, וועלכע רעקאמענדירט צו וועלכע שטאטן עס איז פארזיכערט צו פארן און וועלכע נישט, האט זיך היינט געטוישט, מיט קאליפארניע, האוואי, מערילאנד, מיניסאטע, נעוואדע און אהייא אראפגייענדיג פונעם ליסטע און פארטא ריקא ווערנדיג צוגעלייגט צו דער ליסטע.

ניו יארק - א ניו יארק טיימס באריכט צייגט, אז דעבלאזיאו וועט צייטוויליג אפזאגן זיינע ארבעטערס פון סיטי-האל צוליב וואס די סיטי גייט אריבער א שווערע בודזשעט קריזיס. די נייע שניט וועט שאטן פאר ארום 500 ארבעטערס.

בארא פארק - א גאנצע גאס אויף דרייצענטע עוועניו איז פארקויפט געווארן צו א ריעל עסטעיט דעוועלאפער פאר איבער 24 מיליאן דאלער. ליינט מער דא.

קרית יואל - צוליב די נייע כוואליע פון פרישע קאראנע פעלער אין ניו יארק סיטי וועט אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) נישט פראווענען היי-יאר ראש השנה אין וויליאמסבורג ווי אלע יארן. דאס וועט זיין די ערשטע מאל וואס אדמו"ר מ'סאטמאר איז אין קרית יואל אום ראש השנה זינט ער איז געווארן רבי.

האלט אייך אנגעבינדן מיט די "אידישע נייעס" פלאַטפאָרמע, צו באקומען די טעגליכע נייעס פון ארום דער וועלט!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל