באריכט דורך יושע לאווי צו אידישע נייעס וועבזייטל
אלי ראזענבערג, איז א ישיבה-מאן און האט אפגעקויפט די לופטליניע מיט די הילף פון זיין פאטער נפתלי ראזענבערג א ניו יארקער ביזנעסמאן און הצלה-פאראמעדיק. אלי, האט אפגעקויפט 43 פראצענט פון די פירמע מאכענדיג אים אלס דער גרעסטע שעיר-האלטער באקומענדיג די שטארקסטע ווארט אינעם פירמע.
נפתלי ראזענבערג (מאנסי), איז דער גרינדער און פירער פון "סענטערס העלט קעיר" איינס פון די גרעסטע נורסינג-האומס פירמע אין אמעריקע, און ווי אויך איינס פון די באזיצערס פון די "סיניאר קעיר אי-עם-עס" וועלכע איז פון די גרעסטע פריוואטע אמבולאנס פירמעס אין ניו יארק סיטי.
ווי אידישע נייעס האט שוין באריכטעט עטליכע וואכן צוריק, זענען עטליכע היימישע און ליטווישע אידן געווען אינטערסירט אפצוקויפן די פירמע, אבער אין די לעצטע וואכן האבן זיך די אנדערע אינוועסטירער ארויסגעצויגן פונעם אפמאך, וועלכע האט געשטעלט ראזעבערג אלס דער איינציגסטער קונה.
הוסף רשומת תגובה