טראמפ זוכט אידישע וויילער!

באריכט דורך לוי מאיער צו אידישע נייעס וועבזייטל

א באריכט פון פאקס ניוז צייגט, אז פרעזידענט טראמפ גייט היינט (מיטוואך) אנהייבן א קאמפיין צו טוישן אידישע וויילער'ס מיינונג, אז מען זאל שטימען פאר אים אין די נאוועמבער וואלן. די קאמפיין וועלכע וועט לכאורה קומען אין עדס וועלן זיך באציען איבער טראמפ׳ס ליבשאפט צו אידן און וויפאל ער האט שוין אלס געטאן פאר מדינת ישראל. ווי אויך וועלן די עדס רעדן איבער פרעזידענט טראמפ׳ס קאמף אקעגן אנטיסעמיטיזם. די קאמפיין וועט ווערן גערופן ״די אידישע שטימעס פאר טראמפ״. 

ביי די 2016 וואלן האט פרעזידענט טראמפ געעואונען בלויז 24 פראצענט פון די אידישע געמיינדע, אקעגן וואס הילערי קלינטאן האט געוואונען 74 פראצענט פון די אידישע וויילער. יעצט ביי די 2020 וואלן כאטש וואס די אנקעטעס צייגן אז טראמפ האט צובאקומען פיל אידישע וויילער, צייגן נאכאלס די אנקעטעס אז דזשאו ביידען האט 67 פראצענט פון די אמעריקאנער אידן ווען טראמפ האט בלויז 30 פראצענט פון די וויילער.

א סטראטעגיסט ראטגעבער פאר די טראמפ קאמפיין האט זיך אויסגעדרוקט, זאגענדיג ״די היינטיגע לינקע דעמאקראטישע עקסטרעמיסטן נעמען אויף אנטיסעמיטן פאר קאנגרעסלייט און שטעלן אויף אידן-פיינט ביי זייערע קאנווענשאנס. זיי צייגן די רוקן פאר אונזער פריינט פון מדינת ישראל, מינימיזירן די וועלט קריג און טוען אנדרייען אן אנארכיע אויף אונזערע גאסן. דאס פונקט די פארקערטע פון די ראדיקאלישע דעמאקראטן איז פרעזידענט טראמפ, טראמפ בלייבט א פייערדיגע הילף פאר די אידישע געמיינדע און פאר מדינת ישראל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל