ארטיקל דורך יושע לאווי צו אידישע נייעס וועבזייטל
פילע נייעס׳ער זענען שוין באריכטעט געווארן דא אויף די ״אידישע נייעס וועבזייטל״ איבער די לאגע פון די אל-על לופטליניע, וויאזוי זי גייט אריבער א פינאנציאלע קריזיס פארלירענדיג יעדע מאנאט שווערע הונדערטער מיליאנען דאלארן, און נאך לענגערע געשפרעכן מיט די מדינת ישראל רעגירונג האט די לופטליניע געמאלדן אז אויב באקומט זי נישט קיין גיכע הילף, וועט מען זיך מוזן פארמאכן״.
נאך לאנגע זוכענישן פאר הילף האבן עטליכע אינוועסטירער זיך געלאזט הערן, אז זיי זענען וויליג אפצוקויפן גרויסע פראצענטן פונעם פירמע, אז מען זאל זיך ארויס זען פונעם פלאנטער. איינס פון די ביזנעסלייט וועלכע האבן ארויסגעצייגט אינטערעסע אפצוקויפן די אל-על לופטליניע איז די גביר ישראל ראזנער, א היימישער וויזניצ׳ע חסיד פון ציריך, שווייץ.
ישראל ראזנער, איז א 28 יעריגער ביזנעסמאן וועלכע האט אויפגעבויעט א מאסיווע פירמע אין שווייץ און אין ענגלאנד, ווי אויך איז ער שטארק מקושר מיט די וויזניצ׳ע רבי שליט״א, און ווי די באריכטן צייגן האט ער ארויסגעוויזן גאר שטארקע אינטערעסע אין די לופטליניע און האט זיך שטארק אנגעכאפט אויף די דאזיגע האנדל און טוט פארשלאגן פיהל מער געלט ווי די אנדערע אינוועסטירער האבן געהאט פארגעשלאגן. ווי אויך איז באריכטעט געווארן אז ישראל ראזנער האט זיך שוין געטראפן מיט עטליכע מדינת ישראל אדוואקאטן דורכצורעדן איבער א מעגליכע דיעל.
די אנדערע אינוועסטירער וועלכע האבן זיך אויך אנגעגעבן אז זיי זענען אינטערסירט אינעם קויפעריי, זענען אלי ראזענבערג א 26 יעריגער ישיבה-מאן א זוהן פונעם באקאנטן גביר נפתלי ראזענבערג, ווי אויך האט מען געהערט פון מאיר גורביץ א ריעל-עסטעיט אגענט פון לאנדאן, וועלכע איז געגאנגען דורכרעדן מיט פילע רבנים צו ער זאל אפקויפן די פירמע.
לויט א בריוו וועלכע איז געשיקט געווארן דורך אלי ראזענבערג צו די פינאנציאלע מיניסטעריום, טוט ראזענבערג פארשלאגן אפצוקויפן 40 פראצענט פון די פירמע׳ס שעירס פאר 150 מיליאן דאלער.
אל-על האט געענדיגט די פארגאנגענע יאר מיט א פארלוסט פון 60 מיליאן דאלער, און א פארלוסט פון די היי-יעריגע ערשטע קווארטל פון 140 מיליאן דאלער, און די צוקונפט קוקט נישט אויס צו גוט. מער ווי 95 פראצענט פון די פירמעס ארבעטערס זענען אין די מדינת ישראל מיליטער.
צו וועט דער חסיד באווייזן איבערצונעמען דעם לופטליניע? צייט וועט זאגן!
בילד: די וויזניצע'ר חסיד וואס וויל אפקויפן אל-על
הוסף רשומת תגובה