הרב שלום ארוש האט געגעבן א רעדע אין די לעצטע טעג, ווי ער האט געלאזט פאלן די פאלגענדע רייד ״איך גיי ענק זאגן מיט זיכערקייט, אז השי״ת וועט אונז העלפן אז מיר וועלן זיך טרעפן נאך ראש השנה, געדענקט וואס איך זאג אייך יעצט, דאס ראש השנה וועט זיין די לעצטע אן קיין משיח, און עס איז אפילו גאנץ מעגליך אז משיח וועט זיך שוין אנטפלעקן צו אונז בעפאר ראש השנה.
הרב שלום ארוש, איז א רב וועלכע איז ברייט באקאנט איבער די גארער וועלט מיט זיינע אמונה ספרים און דרשות ביי היימישע און מאדערנע צוגלייך, א באקאנטער ברסלב׳ע משפיע און גרינדער פון מוסדות חוט של חסד פאר בעלי תשובות.
ר׳ שלום האט זיך אויסגעדרוקט, ״אין די לעצטע פערציג יאר וואס איך בין מחנך, משפיע און טוען שרייבן ספרים, האט איך נאך קיינמאל נישט גערעדט איבער משיח, אבער דאס זענען זאכן וואס זענען קלאר און יעדער קען דאס זעהן. איך קען מיר נישט מזביר זיין, אבער איך בעט ענק פארפאסט נישט די געלעגנהייט, ווייל דאס יאר גייט קומען מתנות ווי קיינמאל בעפאר״.
הרב ארוש האט דאן דיסקוסירט איבער די פיהלע שטערונגען וואס איז פארהאן דאס יאר צו פארן קיין אומאן, צוליב די קאראנע רעגולאציעס פון אוקראינע און מדינת ישראל, זאגענדיג ״איך קען נישט זאגן סתם זאכן וואס איך גלייב נישט דערינען, איך וועל דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע ווארט וואס איך זאג יעצט. פארפאסט נישט די געלעגנהייט, עס וועט קומען ריזיגע מתנות. מיר אלע ווייסן איבער די מימרא פון חז״ל ׳שלוחי מצוה אינן ניזוקין׳ (קידושין לט:), און דאס מיינט סיי אויפ׳ן וועג, סיי בשעת׳ן מצוה און סיי אויפ׳ן וועג אהיים, און דאס גייט אויך ארויף אויף קליינע מצוות״.
הרב שלום האט דאן נאכמאל ווארעם געבעטן אז מען זאל קומען היי-יאר קיין אומאן אויף ראש השנה.
סתם א לוזער! וואס גייט דער פארשוין טון ווען עס ארבעט אים נישט אויס זייע שטיק?
השבמחקהוסף רשומת תגובה