ארטיקל דורך לוי מאיער צו אידישע נייעס וועבזייטל

א גרופע פון ברסלב׳ע חסידים פון אמעריקע וועלכע האבן פרובירט זיך אריין צו באקומען קיין אוקראינע מיט פליגערס צו קענען אנקומען צו ר' נחמנ'ס ציון בעפאר ראש השנה, זענען געווארן צוריק אהיים געשיקט.

די אוקראינער פרעמיער מיניסטער האט ארויסגעגעבן עטליכע טעג צוריק זיין באשלוס נאכ'ן אפהאלטן עטליכע זיצונגען מיט פרעמיער נתניהו, אז היי-יאר וועט מען נישט קענען פארן צו אומאן אויף ראש השנה צוליב די קאראנעווירוס פענדעמיע. אבער ברסלב'ע חסידים שטעלן זיך נישט אפ, און אז דער רבי האט געהייסן קומען צו אים ראש השנה, גייט מען!

עס ארבעט נישט קיין צווייטע מאל: ווי באריכטן צייגן האבן די פארגאנגענע פרייטאג פילע אידן פון לאנדאן און אמעריקע באוויזן צו אדורך גיין די גרעניץ וועכטער מיט אן אויסרייד אז זיי וועלן נאר וויילן אין אוקראינע פאר א טאג צוויי, בעפאר זיי וועלן כאפן די קומענדיגער פליגער ווייטער צו זייער דעסטינאציע, און דאן האבן זיי זיך אויסגעמישט צווישן די לאקאלע אוקראינער אידן. היינט (זונטאג), ווען די צווייטע פליגער פיל מיט חסידים זענען ערשינען פון לאנדאן, קוקט אויס האט איינער אינפארמירט די גרעניץ וועכטער איבער די גאנצע שפיל, און האט זיי געצווינגען צו נעמען די קומענדיגער פליגער צוריק צו לאנדאן.

ווי איינס פון די רייזענדע גיבט איבער פאר די ״אידישע נייעס וועבזייטל״, זענען די מערהייט פון די חסידים געקומען פון אמעריקע, און די וועכטער האבן געטאן שטרענג אויספארשן ווי זייער דעסטינאציע וועט זיין, און ווי זיי וועלן זיך אויפהאלטן פאר די קורצע צייט, און נאכ׳ן זיין פארזיכערט אז מען פרובירט איבערצושפילן די זעלבע שפיל א צווייטע מאל, האבן זיי געהייסן אז יעדער מוז נעמען די קומענדיגע פליגער צוריק צו לאנדאן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל